Hoppa till huvudinnehåll

Jiddish

ברוכים-הבאים אינעם שיפֿערײ-מוזײ "דער אַקװאַריום"!

בײַ אונדז װעט איר געפֿינען דרײַ גאָרנס פֿול מיט שיפֿערײַ-געשיכטע און האַװן-שטאָט-קולטור, לעבעדיקע ים-סבֿיבֿות און – אַװדאי – כּישופֿדיקע מעשֹיות. אונדזערע אויסשטעלונגען האַנדלען זיך מיט דער פֿאַרבינדונג צװישן דעם ים און דעם מענטש, אַמאָל און הײַנט.

מיר קאָמבינירן קולטור-געשיכטע מיט ים-ביאָלאָגיע כּדי צו אויספֿאָרשן װי אַזוי אַלץ איז פֿאַרבונדן: װי אַזוי דאָס לעבן אויפֿן ים און אין דער האַװן-שטאָט זײַנען פֿאַרבונדן מיטן לעבן אונטערן ים-שפּיגל, װי אַזוי די באַציִונג צװישן װיסנשאַפֿט און מיטאָסן האָט אויסגעזען און האָט זיך אַנטװיקלט מיט דער צײַט, װי אַזוי געטעבאָרגס געאָגראַפֿישע פּאָזיציע בײַם ים האָט געװירקט אויף דער אידענטיטעט פֿון דער שטאָט אין משך פֿון פֿאַרשײדענע עפּאָכעס, און אַזוי װײַטער.

מיר האָבן אויך כּלערלײ אַקטיװיטעטן, אַחוץ די אויסשטעלונגען: למשל לעקציעס, שפּאַצירונגען איבער דער שטאָט און פֿאָרן אויף שיפֿל. דאָ איז עפּעס פֿאַראַַן פֿאַר יעדן עלטער!

דער מוזײ איז אָפֿן


דינסטיק-זונטיק 10-17
מיטװאָך 10-20
מאָנטיק ניט אָפֿן

אַרײַנגאַנג

יאָר-בילעט 40 קרוינען
דער דאָזירער בילעט איז אויך גילטיק פֿאַר אַרײַנגאַנג אין געטעבאָרגס שטאָטישן מוזײ, דעם רעססקער מוזײ, דעם געטעבאָרגער קונסט-מוזײ און דעם נאַטור-היסטאָרישן מוזײ.
בחינמדיקער אַרײַנגאַנג פֿאַר באַזוכערס אונטערן עלטער פֿון 25 יאָר, און פּענסיאָנערן װעלכע װוינען אין געטעבאָרג.

אָריענטירט זיך אַהער

דער שיפֿערײַ-מוזײ "דער אַקװאַריום" איז דאָ בײַם סיגבערג-סקװער.
די נאָענטסטע סטאַנציע איז סטיגבערגסטאָרגעט, מע קען פֿאָרן דאָרטן בײַם טראַמװײַ 3, 9 און 11.

עסן און געטראַנק

דער קאַפֿע איז אָפֿן:
דינסטיק-פֿרײַטיק 11-17, מיטװאָך 11-20, שבת-זונטיק 10-17.
אויף גאָרן 3 איז דאָ אַן עסן-פּלאַץ, דאָרטן קען מען אַלײן קאָכן עסן אין מיקראָכװאַלניק. עס זײַנען קינדער-שטולן פֿאַראַן.

קראָם

אין דער קראָם בײַם אויפֿנעם זײַנען עס פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשײדענע פּראָדוקטן אויף דער טעמע ים און שיפֿערײַ.

קאָלעקציעס

אין אונדזערע קאָלעקציעס זײַנען עס דאָ אָביעקטן, בילדער, אַרכיװ-דאָקומענטן, פֿילמען, רעקאָרדירונגען, פּלענער און ליטעראַטור פֿון אַ סך יאָרהונדערטער. מיר האָבן מער פֿון 25000 רעגיסטרירטע אָביעקטן, די עלטסטע אָביעקטן זײַנען פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. צי זענט איר פֿאַראינטערעסירט מיט באַטראַכטן אונדזערע קאָלעקטציעס, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן קאָלעקציע-אָפּטײל:
info.sjofartsmuseet@kultur.goteborg.se.

אויסשטעלונגען

דער אַקװאַריום
טוקט זיך אונטער אין ים אַרײַן און באַטראַכט ים-פֿערדלעך, קאָראַל-ריפֿן און קראַבן. דאָ קען מען זיך לערנען װעגן אונדזער ים-סבֿיבֿה, זיך דערװיסן װי אַזוי דער דראַקאָן-פֿיש איז סמיק אָדער פֿאַר װאָס דער קלאַון-פֿיש פֿאַרבײַט זײַן מין.

די תּקופֿה פֿון די זעגלשיפֿן – דער קאַמף צװישן זעגל און דאַמף
אַ היסטאָרישע פּערספּעקטיװ אויף שװעדישן שיפֿערײַ. דאָ קען מען געפֿינען שפּאַנענדיקע מעשֹיות װעגן די אַלטע שיפֿבויערײַען, װעגן װאָס איז געשען װען די דאַמפֿערס זײַנען געקומען און װעגן דעם לעבן אויף די שיפֿן.

אַמעריקע-פֿיבער
אַויף די שיפֿן פֿון דער שװעדן אַמעריקע-ליניע זײַנען געפֿאָרן אי אימיגראַנטן אי לוקסוס-פֿאָרערס. אין דער אָ  אויסשטעלונג פֿאָלגט מען די געשיכטע פֿון די אַמעריקע-שיפֿן און די מענטשן װעלכע זײַנען געפֿאָרן אויף זײ.

די שטאָט בײַם ים
די אויסשטעלונג דערצײלט װי אַזוי געטעבאָרג איז געפֿורעמט געװאָרן פֿון מענטשן, סחורות און אידײען, פֿון זײַן ראָלע אין דער גלאָבאַלער האַנדל-סיסטעם.

די ט/ס סופּער-טובע
אַן אינטעראַקטיװע אויסשטעלונג פֿאַר קינדער און יוגנט. לערנט זיך אָנלאָדן אַ קאָנטײנער, שאַפֿט אַן אײגען ים-פֿאַרזעעניש אָדער פֿאָרט אַרום אויפֿן פֿישער-שיפֿל "סקאַגול".

דער שיף-סימולאַטאָר
פּרוּװט צו זײַן דער קאַפּיטאַן! אין אונדזער שיף-סימולאַטאָר קען מען פּרוּװן צו פֿירן כּלערלײ שיפֿן צום האַװן אין געטעבאָרג. רעקאָמענדירט פֿאַר די אין עלטער פֿון 13 יאָר און מער.

קאַטעגאַט
באַגריסט דאָס ים-פֿאַרזעעניש אין אונדזער שפּיל-צימער פֿאַר קלײנע קינדער. דאָ קענט מען שפּילן זיך מיט װײכע שפּילכלעך אָדער אַרײַנקריכן אין אַ װראַק.

דער לײען-צימער גריפּסהאָלם
אַ שטילער צימער מיט אַ  מאָדערנעם "אַרט-דעקאָ"-סטיל מיט ביכער און צײַטונגען פֿאַר די װעלכע װילן לײענען אַ ביסל. דאָ איז אויך דער פֿײַנסטער אויסבליק פֿון װאָס איז אַ מאָל געװען די װערף פֿון די אַמעריקע-שיפֿן.

די אויסשטעלונגען זײַנען פֿאַראַן אויף שװעדיש און אַ פּאָר מאָל אויף ענגליש.

דער שיפֿערײַ-מוזײ "דער אַקװאַריום" האָט אויך דערװײַליקע אויסשטעלונגען.

קאָנטאַקט

דער שיפֿערײַ-מוזײ "דער אַקװאַריום"
קאַרל יאָהאַנסגאַטאַן 1-3
41459 געטעבאָרג
טעלעפֿאָן +46 31 3683550
בליצפּאָסט info.sjofartsmuseum@kultur.goteborg.se
www.sjofartsmuseum.goteborg.se 
פֿײסבוק: Sjöfartsmuseet Akvariet – Göteborg
אינסטאַגראַם: sjofartsmuseetakvariet
#sjöfartsmuseetakvariet

 

 

 

Bra att veta